Yiddish Institute Yiddish Institute Yiddish Institute Yiddish Institute Yiddish Institute

Menu

אַ מאָל געװען אַ צײַט “A Mol Geven A Tsayt”

  • 0

But creativity in Yiddish is never ending!

A new song for our times אַ ליד פֿאַר אונדזערע צײַטן

Lyrics: Hindy Nosek-Abelson ליריק׃ הינדי נאָסעק-אייבעלסאָן
Singer: Lenka Lichtenberg זינגערין׃ לענקאַ ליכטענבערג
Melody: Those Were the Days

אַ מאָל געװען אַ צײַט
פֿון הינדי נאָסעק-־אייבעלסאָן

אַ מאָל האָט מען געגעסן גוטע עסנס
און געטרונקען װײַן מיט גוטע פֿרײַנד
גוטע צײַטן טאָר מען ניט פֿאַרגעסן
פֿאַרשלאָסן זײַנען אַלע טירן הײַנט

אַ מאָל געװען אַ צײַט
מען האָט פֿאַרברענגט מיט לײַט
דאָס לעבן געװעזן זיס און פֿרײַ
געטרונקען װײַן מיט פֿרײַנד
דאָס איז שוין מער נישט הײַנט
יענע צײַטן איצט פֿאַרבײַ

אָנגעקומען אויף דער װעלט אַ מכּה
קאָװיד נײַנצן האָסט געברענגט אַן עק
און איצט אַלע מענטשן – אַלע לענדער
קענען קוים דערװאַרטן זאָלסט אַװעק

ס’איז מער ניטאָ די צײַט
װען מ’האָט פֿאַרברענגט מיט לײַט
מיט קינדער און מיט אייניקלעך געלאַכט
די קרענק עס שטייט בײַם טיר
און װאַרט אויף דיר און מיר
אי בײַ טאָג, אי בײַ נאַכט

עס שטאַרבט אין דער נאַכט פֿיל גוטע מענטשן
און פֿאַר דיר קיין כּבֿוד איז נישטאָ
הײַנט געדענקען מיר די גוטע צײַטן
װײַל עס װעט נאָך קומען אונדזער שעה

מיר האָבן פֿײסטײַם הײַנט
װוּ מיר טרעפֿן פֿרײַנד
דורכן זום און יו־טוב זינגען מיר
מיר שאַפֿן לידער פֿײַן
און טרינקען סײַ װי װײַן
אַ כּללה קומען װעט צו דיר
קאָװיד נײַנצן, װעסט בײַ אונדז ניט פּוילן
מיר װעלן זיכער איבערקומען דיר
און מיר װעלן װײַטער זינגען, טאַנצן
לעבן פֿרײַ און פֿלאַנצן װעלן מיר

עס װעט נאָך זײַן אַ צײַט
מ’עט װײַטער זײַן מיט לײַט
דער הימל װעט מער נישט בלײַבן גראָ
מ’עט טרינקען װײַן מיט פֿרײַנד
עס װעט נאָך זײַן אַ הײַנט
צוריק װעט קומען אונדזער שעה

Sing along!

Amol Geven a Tsayt

Yiddish lyrics by Hindy Nosek-Abelson

Amol hot men gegesn gute esns
Un getrunken vayn mit gute fraynt
Gute tsaytn tor men nit fargesn
Farshlosn zaynen ale tirn haynt

Amol geven a tsayt. Men hot farbrengt mit layt
Dos lebn gevezn zis un fray. Getrunken vayn mit fraynt
Dos iz shoyn mer nisht haynt. Yene tsaytn itst farbay

Ongekumen oyf di velt a make
Kovid nayntsn host gebrengt an ek.
Un itst ale mentschn – ale lender
Kenen koym dervartn zolst avek

S’iz mer nit do di tsayt ven m’hot farbrengt mit layt,
mit kinder, eyniklekh gelakht. Di krenk es shteyt baym tir
un vart oyf dir un mir, i ba tog un i ba nakht.

Es shtarbn in der nakht fil gute mentshn
Un far dir kayn koved iz nishto.
Haynt gedenken mir di gute tsaytn
vayl es vet nokh kumen undzer sho.

Mir hobn Facetime haynt
Vu mir trefn fraynd. Durkh zoom un youtube zingen mir
Mir shafn lider fayn un trinken say vi vayn,
A klole kumen vet tsu dir.

Kovid nayntsn, vest bay undz nit poyln.
Mir veln zikher iberkumen dir
Un mir veln vayter zingen tantsn. Lebn fray un flantsn veln mir.

Es vet nokh zayn a tsayt. M’et vayter zayn mit layt
Der himl vet mernisht blaybn gro.
M’et trinken vayn mit fraynt
Es vet nokh zayn a haynt. Tsurik vet kumen undzer sho!

 

For more of Czech Canadian composer and artist Lenka Lichtenberg’s wonderful new recordings:

 

 

  • 0

Leave a Reply

Your email address will not be published.